יידיש/שיעור ב
שיעור ב
"ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" - "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען[1] קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט[2] די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען[3], וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן[4] 70 נפֿשות.
ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט[5] אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט[6] די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט. מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ערגער: דער פּרעה האָט באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען[7] צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך. די הייבאַמען האָבן איגנאָרירט[8] די גזירה, און האָבן געהאָלפֿן די מאַמעס אויסבאַהאַלטן זייערע קינדער.
פּרעהס טאָכטער האָט געראַטעוועט פֿונעם טײַך ניל דאָס ייִנגל, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים נישט געקאָנט[9] אויסבאַהאַלטן, און געשיקט איבערן טײַך אין אַ ראָר־קוישל. די פּרינצעסין האָט אָנגערופֿן דאָס קינד משה.
ווען דאָס ייִנגל דער קומענדיקער אויסלייזער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק - איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער אייבערשטער זיך באַוויזן פֿאַר אים אין אַ ברענענדיקן קוסט[10], און געהייסן צו פֿאָדערן בײַ פּרעה צו באַפֿרײַען די ייִדן. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט, אַז טאָמער די ייִדן וועלן פֿרעגן משהן, ווי אַזוי הייסט ג-ט, וועלכער האָט אים געשיקט, זאָל ער זיי ענטפֿערן: "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" - "איך בין וואָס איך בין". אָדער פּשוט "א־ה־י־ה" - "אין בין". הגם, לויטן דיקדוק, שטייט דאָס וואָרט אין דער קומענדיקער צײַט, מיינט אַזאַ ווערב אין דער תּנ״כישער שפּראַך אויך דער אייביקע וועזן[11], וואָס נעמט אַרײַן סײַ דעם עבֿר, סײַ דעם הײַנט, סײַ די צוקונפֿט.
שפריכווערטער
קומען אויפן געדאנק = עלה במחשבתו, בלבו.
קומען צו די כוחות = קומען צו זיך = התאושש, התחזק.
צעשפרייט און צעוואָרפן אויף א שאַנד און אויף שפאָט = מפוזרים ומפורדים, לקלס ולחרפה, למשל ולשנינה.
הערות שוליים
עריכההסוגרים לפני המילה מציין האם המילה זכר או נקבה, והסוגרים אחרי המילה מציין את הרבים.
- ^ אנקומען = קומען = לבא להגיע.
פאָרקומען = התרחש. (דער פאָרקום) = התרחשות. - ^ איבערציילן = ציילן = לספור, למנות. דער)
ציילער (ס) = מונה, סופר. - ^ (דער) אָפּשטאַמלינג (ען) = צאצא, יוצא חלציים.
- ^ באטרעפן = עָלה, הסתכם, הגע לְ- .
באטרעף = ערך, עלות, סכום, הסתכמות.
סומירן = לסכם. - ^ (די) מאכט (ן) = שלטון, שליטה, רשות.
- ^ פֿאַרשקלאַפֿן = שעבד, כבש לעבד. פֿאַרשקלאַפֿונג = שעבוד עבדות. (דער) שקלאף (ן) = עבד.
- ^ (די) הייבאַם = מילדת. (די) הייבאַמען = מילדות.
- ^ איגנאָרירן = להסתיר.
- ^ געקאָנט = גקענט.
- ^ (דער) קוסט (ן) = שיח, סנה.
- ^ (דער) וועזן (ס) = מהות, ישות.